די סאלער סיסטעם
דער באשעפער האט באשאפן א בריאה וואס א בשר ודם קען ניטאמאל אנהייבן משיג זיין ווי גרויס אין טיף דאס איז, יעדע מאל וואס מען שטודירט א חלק פון די בריאה און עס קוקט אויס אז מען איז צוגעקומען צום שפיץ וואס ארויסהאבן די נושא, נעמט נישט קיינמאל צו לאנג ביז מען זעט אז מען הייבט אפילו נישט אן צו פארשטיין די זאך, און ווי טיף מען מיינט אז מען איז אנגעקומען וועט מען אייבי גזען אז די בילד איז נאך אסאך גרעסער און ברייטער ווי אונז קליינע מענטשן קענען בכלל באגרייפן.
לאמיר מיט די קליינע ארטיקל אביסל אדורכגיין איין חלק פון די בריאה און זען ווי גרויס און מעכטיג עס איז דער בריאה וואס דער באשעפער האט באשאפן.
לאמיר זיך די וואך אפשטעלן אויף די 'סאלער סיסטעם', דאס מיינט די זון מיט די 8 פלאנעטן וואס דרייען זיך ארום די זון וואס די גאנגע סיטעם ווערט אנגערופן 'סאלער סיסטעם' און לאמיר אדורכגיין פארשידענע אינטרעסאנטע פאקטן פון די זון און די פלאנעטן.
זון
די זון איז א ריזיגע פייער באל וואס איז אין די סענטער פון די סאלער סיסטעם, די זון'ס פייערדיגע ענערגיע קומט פון א קאמפליצירטע כימיקאלישע רעאקציע וואס ווערט גערופן 'נוקלעארע פיזען', וואס דאס איז א געוויסע כח וואס קומט ווען מען איז מחבר חלקים פון אטאמען איינע מיט די אנדערע וואס דאס איז פארשטייט זיך נאר א הסבר אויפן שפיץ גאפל, (א נוקלעארע באמבע ארבעט פונקט פארקערט, די כח פון דעם קומט דורכן צוטיילן אטאמען).
די גרויס פון די זון איז 102 מאל מער גרעסער פון די וועלט, און כדי עס צו בעסער פארשטעלן, עס וואלט אריינגעגאנגען איבער א מיליאן וועלטן אין די זון.
די זון איז 23 מיליאן מייל ווייט פון די וועלט, און כדי די לעכטיגקייט פון די שטראלן פון זון זאל אנקומען צו אונזער וועלט נעמט אים 8.5 מינוט ביזע ס קומט אן (ד.מ. ווען דו זעסט די שטראלן פון די זון איז די שטראלן ארויסגעקומען פון די זון איבער 8 מינוט פריער).
די וואג פון די זון איז בערך 330,000 מאל גרעסער ווי די וואג פון די וועלט.
כח המשיכה אויפן זון איז 28 מאל שטערקער ווי די כח המשיכה אויפן וועלט.
די טעמפעראטור אין מיטן פון די זון איז ארום 15 מיליאן פורנהייט דיגריס.
פלאנעטן
לאמיר יעצט אדורכגיין פארשידענע אינטרעסאנטע פאקטן איבער די פלאנעטן, מיר וועלן זיי אדורכגיין לויט די סדר פון די נאנטקייט צום זון.
מערקורי
די ערשטע פלאנעט וואס איז די נענטסטע צו די זון ווערט אנגערופן 'מערקורי' און עס איז 36 מיליאן מייל ווייט פון די זון.
עס איז די קלענסטע פלאנעט פון די סאלער סיסטעם.
א טאג אויף מערקורי איז אזוי לאנג ווי 176 טעג אויף אונזער וועלט.
ווייל מערקורי איז אזוי קליין, איז די כח המשיכה אויפן פלאנעט אויך זייער שוואך און א מענטש וואס וואלט געוואויגן אויפן כדור הארץ 100 פונט וואלט אויף מעקורי געוואויגן 38 פונט.
מערקורי האט נישט קיין שום רינגלעך ארום די פלאנעט ווי אויך האט עס נישט קיין שום לבנה'ס.
ווענוס
די צווייטע פלאנעט ווערט גערופן ווענוס און עס איז 67 מיליאן מייל ווייט פון די זון.
איין טאג אויף ווענוס איז לענגער ווי א יאר אויף די וועלט.
וויבאלד ווענוס האט נישט קיין געהעריגע אטמאספער איז זי כמעט נישט באשיצט פון די זון, און די טעמפעראטור אויף ווענוס קען ארויפגיין ביז 863 פורנהייט דיגריס.
ווענוס איז די נענטסטע פלאנעט פון די 'סאלער סיסטעם' צו אונזער וועלט.
כדור הארץ
די דריטע וועלט אין די רייע איז אונזער וועלט'ל, אויף אונזער וועלט קען מען שרייבן און שרייבן און קיינמאל נישט ענדיגן, איז לאמיר עס פאר יעצט אויסלאזן.
מארס
די פערטע פלאנעט ווערט אנגערופן מארס און עס איז 142 מיליאן מייל אוועק פון די זון.
עס איז די צווייטע קלענסטע פלאנעט אין די 'סאלער סיסטעם' (איינס נאך מערקורי) עס נעמט פאר מארס 687 טעג זיך צו ארומדרייען איין מאל ארום די זון (כמעט 2 יאר אויף אונזער וועלט).
מארס האט אויך 4 סעזאנען אזוי ווי אויף אונזער וועלט אבער יעדע סעזאן איז דאפלט אזוי לאנג ווי ביי אונז.
די העכסטע בארג פון 'סאלער סיסטעם' געפונט זיך אויף מארס, עס הייסט 'אולימפוס מונס' (Olympus mons) עס איז 68,897 פוס הויעך, דא סאיז כמעט 2.5 מאל העכער ווי די עווערעסט בארג.
ביז אהער האבן מיר אראפגעשריבן וועגן די 4 ערשטע פלאנעטן וואס ווערן אנגערופן די אינעווייניגסטע פלאנעטן, די 4 פלאנעטן זענען מער קלענער און פשוט אינעם 'סאלער סיסטעם', פון דא און ווייטער טרעפן מיר זיך מיט אסאך גרעסערע און אינטרעסאנטערע פלאנעטן ווי מיר וועלן זען אי"ה אינעם קומענדיגן ארטיקל.